לוח ← קאַלענדאַר ()

ייִדישע דאַטע סעקולערע דאַטע
פֿאַרשטריכלט:

   ( = )
נאָמינאַטיװ:

   (פֿאַר זונפֿאַרגאַנג)
נישט־פֿאַרשטריכלט:
אַקוזאַטיװ:
נ״ב: אױב מע קלײַבט אױס אַ ייִדישע דאַטע אָבער עס באַװײַזט זיך אין דער טאַבעלע די הײַנטיקע דאַטע איז דאָס דערפֿאַר, װײַל די דאַטע עקסיסטירט נישט (למשל, טבֿת איז אַ חודש פֿון 29 טעג, קען מען נישט אױסקלײַבן ל׳ טבֿת).

װעגן דעם מכשיר

אַלע דאַטעס װערן געשריבן לױט די תּקנות פֿון אײנהײטלעכן ייִדישן אױסלײג (דעם „ייִװאָ־אױסלײג“).

סעקולערע דאַטע

די פֿאָרמע אין נאָמינאַטיװ ניצט מען נאָר אין פֿאַל װען די דאַטע איז דער סוביעקט פֿון זאַץ: „הײַנט איז...“

די פֿאָרמע אין אַקוזאַטיװ ניצט מען אין אַלע אַנדערע פֿאַלן: װען מע װיל זאָגן װען עפּעס איז געשען, װען מע װיל דאַטירן אַ בריװ אָדער אַרטיקל, אאַז"װ.

ייִדישע דאַטע

אין די ייִדישע לערנביכלעך װערן רעקאָמענדירט צװײ פֿאָרמאַטן פֿון דער ייִדישער דאַטע: פֿאַרשטריכלט (ד"ה מיט אַפּאָסטראָפֿן) און נישט־פֿאַרשטריכלט. לױט שבֿע צוקער (ייִדיש: אַן אַרײַנפֿיר, ב' 2, זז' 144–146) שרײַבט מען בדרך־כּלל פֿאַרשטריכלטערהײט, אַזױ װי דער שטײגער איז בײַ טראַדיציאָנעלע ייִדן. לױט אוריאל װײַנרײַך (קאַלעדזש־ייִדיש, זז' 213–215) שרײַבט מען נישט־פֿאַרשטריכלטערהײט.

אין אַן עיבור־יאָר מעג מען שרײַבן אָדר א׳, אָדר ב׳ אָדער אָדר, ואָדר. (די צװײטע רעקאָמענדירט אוריאל װײַנרײַך; אַזױ שטײט געשריבן אין קאַלעדזש־ייִדיש און אױף װײַנרײַכס מצבֿה.)

דער קאַלקולוס

דער מאַטעמאַטישער יסוד פֿון דעם װעבזײַטל איז די פּראָגראַם hebcal. מע דאַרף זיך היטן מיט דאַטעס אין (סעקולערן) יאָר 1752 און פֿריִער, װײַל hebcal נעמט נישט אַרײַן אין חשבון דעם צענטאָגיקן איבעררוק אין קאַלענדאַר װאָס איז אײַנגעפֿירט געװאָרן פֿונעם פּױפּס גרעגאָרי דעם 13טן אין 1582 (װאָס די ענגלישע האָבן אָנגענומען ערשט אין 1752). אַזױ װי hebcal װײַזט נישט דעם ערשטן אות פֿון ייִדישן יאָר (ה' אלפֿים, 5000) דאַרף מען זיך אױך היטן אױב די דאַטע איז פֿריִער װי 5000/1240.